אֶ רייַכער פאַרווייַלונג ספּעקטאַקל וואָס דריקט אויס 50 יאָר יידיש שאַפונג אין אֶרֶץ-ישראל צוויי יונגע שוישפּילערס פירן אונדז צו אַ צוציענדיקע רייַזע, צו אמאָליקע שיינע צייַטן פונעם אָנהויב פון דער מדינֶה. מיר בלעטערן אין די בלעטער פון דער געשיכטע דורך פראַגמענטן פון באַרימטע פּיעסעס וואָס זענען פאָרגעשטעלט געוואָרן אויף די יידיש בינעס אין ישרָאל, פונעם […]
אַ קלאַסישע קאָמישע אָפּערעטע דער ייִדישפּיל טעאַטער איז שטאָלץ פאָרצושטעלן אַ פּיעסע פון דעם מחַבֶר משֶה שור. דאָס איז אַ שאַרפע און באַרירנדע אָפּערעטע וואָס אַנטהאַלט פיל לידער פון פרץ סענדלער און פון מרדכי געבירטיג , וועלכע קומט פאָר אינגאַנצן אַרום אַ גביר’ס אַ חַתונֶה. די דאָזיקע זאַפטיקע מַעשֶה דערמעגלעכט אונדז ארַיינצוטאָן אַ פרישן און […]
יעַקב באָדאָס פאַרווייַלונג ספּעקטאַקל פון: בען בען-ציאָןאיר וועט ניט אויפהערן צו לאַכן, ס’איז ניט קיין שפּאַס ! יעקב באָדאָ, פון די וויכטיקסטע אַקטיאָרן אין ישרָאל, פאַרווירקלעכט אַן אַלטער חָלֶום אַרויסטרעטנדיק מיט אַ מאָנאָ פראָגראַם אויף יידיש. אַ פראָגראַם פונעם בעסטן קלאַסישן יידישן און ישראָלדיקן הומאָר, פון חֶלֶם ביז תל-אַביב. מיט הומאָר, מיט סאַטירע און מיט […]
פון שלום עליכם שָלֶום עַליכֶמס שאַרפע קאָמעדיע, עפנט דעם צענטן טעטיקייט סעזאָן פון יידישפיל טעאַטער. די נאָוועלע “סאַנדער בלאַנק”, געשריבן אין יאָר 1887, איז באַאַרבעט געוואַרן פאַר דער בינע דורך יעקב ראָטבאום לויט דעם מחַבֶרס גייַסט און דערציילט אַ זאַפטיקע געשיכטע וועגן יורשים, ניט באַגרענעצט אין קיין צייַט און קיין פּלאַץ ניט. שלום עליכמס גדולֶה […]
צום פופציקסטן געבורטסטאָג פון מדינת ישראל די שוישפּילערס פון יידישפּיל טעאַטער, יאַנקעלע אַלפּערין, יעקב באָדאָ און מאָניקאַ וואַרדימאָן, האָבן דעם כָּבוד אויפצונעמען די גרעסטע פאַרווייַלונג אַקטיאָרן חַנה לסלאו און דודו פישער אין אַ צוזאַמענטרעף וואָס פאַרזיכערט אַ קולטורעלע דערפאַרונג פון די בעסטע טראַדיציעס פונעם יידיש טעאַטער. סקיצן פונעם קלאַסישן רעפּערטואַר, אַזוי ווי די פון דזשיגאַן […]
דראַמע פון ישראל יהושע זינגער די דאָזיקע צוציענדע דראַמע הייבט זיך אָן מיטן אדמו”ר פון נישווה, רבי ר’ מֵלֶך’, אַן אלמֶן פון דריי ווייַבער, וואָס וויל חַתונֶה האָבן מיט מַלכֶּה’לען די יִתומֶה. כּדֵי ער זאָל קענען חתֶונֶה האָבן איז ער משַדֶך זייַן טאָכטער שרֶה’לע מיט נחומ’טשע, דעם רחמנובסקע’ס רב אַ זון. ווען נחומ’טשע און זייַן […]
אַ מַעַשֶה מיט אַ יידישן אָרעמן שנייַדער אין די ערשטע יאָרן פון דער סאָוויעטישער מאַכט אין ראַטן םאַרבאַנד. איין און איינציקער שווערער זיפץ וואָס לאָזט זיך הערן נישט ווילנדיק פון זייַן מויל, ברענגט אויף אים אָן אַ סֶדרֶה אומגליקן און פירט אים אַרויס צו אַ לאַנגן וואַנדעריקן וועג, פול מיט אַבסורדישע אַוואַנטורעס. פון הומל, אַ […]
פּיעסע וועגן אַן אַקטועלער טעמע אַ 72 יעריקער אַלמן ווערט געבראַכט דורך זייַנע קינדער פון דאָרף צו דער גרויסער שטאָט- מאָסקווע. די שנור שטרעבט צו מאַכן אַ קאריערע, און דער זון איז אַ סוחֵר אין “רֶטרו”, פון דאָס בעסטע אמאָל אין רוסלאַנד. זיי באַמיען זיך אים צופּאַסן צו דער שטאָט אָבער ער וויל זיך אומקערן […]
אַ יידישער וואַרעמער אָוונט, פול מיט נאָסטאַלגיע און לייַכט, מיט באַרימטע לידער פראַגמענטן, הומאָר און סאַטירע פונעם יידיש טעאַטער פון אַלע צייַטן. רעדאַגירונג און רעזשי: שמואל אַצמאָן-ווירצער און מיכאַעל גרינשטיין. ס’באַטייליקן זיך: יעקב באָדאָ, עטל קאָבינסקאַ, טרייסי אבראַמאָוויטש, מאָניקאַ וואַרדימאָן, ישראל טרײַסטמאַן, העלענאַ יערלאָוואַ, יאָסי סאָקאָלסקי, שמואל אַצמאָן-ווירצער, אַנאַבעלאַ, שייַ קאַמינסקי. דער ספּעקטאַקל דויערט אַרום […]
אַ מוזיקאַלישע פאָרשטעלונג מיט 21 אָנטיילנעמערס פון: יעקב ראָטבאַום לויט: איציק מאַנגער און אברהם גאָלדפאַדען פון צייַט צו צייַט , ווענדעט זיך אַ ערנסטער קונסט טעאַטער צו זייַנע קוואַלן און שעפּט פון זיי טעאטראלישע מאַטעריאַלן. אַלס רעזולטאַט זענען מיר זוכֶה צו זען באַנייַטע פּראָדוקציעס אויף די בינעס פון אייראָפּע, אַמעריקע ביז שעקספּירס געגנטן, מאָליער, שילער, […]