פון איציק מאַנגער, באגלייט פון אַ לעבעדיקער אָרקעסטער “די בלישטשעדיקע טרער אויפן שפּיץ שמייכל פון איציק מאַנגער איז באַגלאַנצט דורך דובי זעלצער און שמואל בונים, דערגרייכנדיק צו פארוואנדלען זיך פון אַ טעאַטראַלישער דימענט- אין אַ איבערלעבונג וואָס איז אַ שאָד צו פאַרלירן”. די פּיעסע און רעזשי: שמואל בונים, מוזיק און מוזיקאַלישע לייטונג: דובי זעלצער, איבערזעצונג […]
אַ באַרירנדע מִשפָּחֶה דראַמע מיט דער באַטייליקונג פון יוֹנָה אֶליאַן קֶשֶת פון יַעַקֹב גאָרדין רעזשי אַרטור קאָגאַן די געשיכטע פון מירעלע עפראָס, אַ רייַכע אַלמָנֶה וואָס מאַכט חַתֶונֶה איר זון מיט אַן אָרעם מיידל פון אַ ייחוסדיקער מִשפָּחֶה, און זי בייַט איבער איר לעבנס שטייגער און איר פאַמיליע לעבן מירעל’ע אפרת, אַ רייַכע סוחֶרטע פון […]
ספּעקטאַקל וואָס איז אַ וויכטיקער וועג-שטיין אין דער געשיכטע פון טעאַטער עס האַנדלט זיך וועגן אַ ספּעציעלער ספּעקטאַקל וואָס פארבינדט געזאַנג מיטן שאַרפן אויסדרוק שטייגער פון דער יידישער שפראך און קולטור, מיט דער אַקטועלער ישראל סאַטירע. עס נעמען דאָ אָנטייל דרייַ יונגע אַקטיאַרן: דודו פישער, אַנאַט אַצמאָן און פאַבעל דימנטייב, צוזאַמען מיט די וועטעראַנע און […]
פּיעסע, לויט מענדעלע מוכֵר ספָרים “די רייַזעס פון בניָמין דער דריטער”, אַ מין ייֵדישע ווערסיע צו די רייַזעס פון דאָן קישאָט און סאַנטשאָ פּאַנסאַ, האָט געשריבן מענדעלע מוכֵר ספָרים אויף ייִדיש און איבערגעזעצט אויף העברעיש. אין זייַן שאַפונג “די רייַזעס פון בניָמין דער דריטער” שיקט מענדעלע מוכר ספָרים בניָמינען דער פארַרחָלומטער און ביכער ליבהאָבער, און […]
אַ ליבע פאַר אַ גראָשן – פּיעסע פון יהושע סאָבאָל “אַ ליבע פאַר אַ גראָשן ” איז אַ פאָרשטעלונג פון אַ טעאַטער-אַנסאַמבל פון ייִדיש שפילנדיקע אַרטיסטן, היימלאָזע אימיגראנטן, וועלכער ראַנגלט זיך פאַר זיין קיום און איז מַצליח איבערצוהאַלטן און בייצוקומען אַלע צָרות, נישט געקוקט אויפן פּרווו פון דעם בעל- הבית זיי אַרויסצווואַרפן פונעם שטאַל אין […]
צוויי עלטערע מענטשן, אַ ייד און אַן אַפראָ-אַמעריקאַנער טרעפן זיך יעדן טאָג אויף אַ באַנק אין ניו-יאָרקער סענטראַל-פּאַרק און אַ אייגנאַרטיקע פאַרבינדונג שאַפט זיך צווישן זיי. אַ געמיש פון סימפּאַטיע, דיסקוסיעס און קריגעריַי. צוויי מענטשן וועלכע דערגרייכן אַ געוויסער עלטער און פּלוצלונג דערוועקט זיך בייַ זיי דאָס געפיל אַז זיי געהערן נישט צו קיין זאַך […]
די מַעשֶה (פון דער מוזיקאָלישער פּיעסע) פון אַברָהם גאָלדפאַדען מירעלע איז אַ יִתומֶה פון איר מאַמען. אַברהָמטשע איר פאָטער, דער גביר פון שטעטל, האָט חַתֶונֶה מיט בַתיֶה’ן, אַ יונגע שכֵנֶה. בַתיֶה רעדט זיך אָּפּ מיט דער מַכשֵפֶה “באָבע יאַכנע” און מיט אליָקום, די מַכשֵפֶה’ס רעכטע האַנט, כּדֵי אַברָהמטשע זאָל אַרייַנפאַלן און זי זאָל יַרשענען זייַן […]
פראַגמענטן פון שלום עליכם די פאָרשטעלונג עפנט זיך מיט דער שילדערונג פונעם שטעטל קאסרילעווקע – אירע גאַסן און די זומפּן אין מיטן שטעטל, וועלכע לויט שלום עליכם זענען זיי דאָס שענסטע . די מערהיַיט מענטשן פון שטעטל זענען אָרעמעליַיט, קבצָנים, די גאַנצע וואָך אַרבעטן זיי שווער און ביטער, שפאָרן אָפּ דאָס ביסן פון מויל בכדי […]
אַ פאַרווייַלונג קאָמעדיע פון אפרים קישון אַ קאָמעדיע וואָס שיקט אירע סאַטירישע פייַלן צו דער הייראַטס אינסטיטוציע וואָס האַלט בייַם פאַלן אין דעם גענויעם מאָמענט אין וועלכער זייַן גרונט, דאָס הייסט די כתובה, ווערט פאַרפאַלן אין איינע פון די שופלאָדן. די העלדן פון דער פּיעסע זענען אֶלימֶלך דער אינסטאַלאַטאָר און זייַן פרוי שִפרֶה, פון אַ […]
לויטן ראָמאַן פון אהרון מגד אַ פּיעסע וועגן אַ דיכטער, שפּראַך און געשיכטע און וועגן זייער פאַרבינדונג שמואל פויגלמאַן, אַ ייִדישער פּאָעט אין גָלות, שרייַבט און רעדט ייִדיש, און צבי אַרבֶל, אַ היסטאָריקער אין ישראל, זענען די צענטראַלע געשטאַלטן אין דער דראַמע. מיט דער הילף פון זייַן פרייַנד, דעם היסטאָריקער, פּרוּווט דער ייִדישער פּאָעט געפינען […]