ייִדישפּיל – ייִדיש־טעאַטער אין ישּׂראל, איז געגרינדעט געוואָרן אין 1987 מיט אַ שליחת־ געפֿיל אומצוקערן דער ייִדישער שפּראַך, וועלכע איז כּמעט פאַרטיליקט געוואָרן אױף דער װעלט, איר חן, איר פֿאָלקסטימלעכקײט און איר פּראַכט, מיט אַ כּװנה אַוועקשטעלן ייִדיש אין סאַמע צענטער, ווי אַ רײַכע און אַ װערטפֿולע קולטור, װעלכע איז אַ וויכטיקער גרונטשטיין אין דער געשיכטע פון ייִדישן פֿאָלק.
אויף אונדזער בינע האָט ייִדיש אויפֿגעלעבט געװאָרן פֿון ס’נײַ, אַ דאַנק דער לעבנס־חכמה פֿון די, וועלכע זענען שוין מער ניט מיט אונדז. ” אין אַ וועלט, אין וועלכער געוויסן און רחמנות ליגן אײַנגעזונקען אין בלאָטע, האָט ייִדיש ניט פֿאַרענדיקט צו שטאַרבן, ווײַל ייִדיש איז געווען דער גײַסט”. (חיים חפֿר)
ייִדישפּיל איז געגרינדעט געוואָרן דורך זײַן ערשטן קינסטלערישן דירעקטאָר, שמואל עצמון-ווירצער, ווי אַ נױטװענדיקער מיטל אָפּצוראַטעווען דעם פֿאַרלוירענעם כּבֿוד פֿון דער ייִדישער שפּראַך און פון איר קולטור, און מיט דעם אומצוקערן די שפּראַך און קולטור צום לעבן. דער ציל, וואָס האָט פֿון אָנהײב אויסגעזען ווי אַן אוממעגלעכע, האָט ניט תּיכּף דערוועקט אַן אינטערעס און שטיצע, נאָר אין שפּיץ פֿון דער אידעע האָבן זיך געשטעלט בכּבֿודיקע כּלל־טוערס און באַרימטע פּערזענלעכקײטן פֿונעם סאָציאַלן און עקאָנאָמישן געביט, ווי אויך קינסטלערס פֿון דער העכסטער מדריגה, – פֿון די דערציונג און קולטור מיניסטעריום, װי אױך די באַאַמטע פֿון דעם תּל-אָבֿיבֿ-יפֿוער מוניציפּאַליטעט, בראש מיט שלמה להבֿ (טשיטש). די דאָזיקע פּערזענלעכקײטן האָבן פֿאַרװירקלעכט דעם טרױם פֿון שמואל עצמונס און זײַנע אַקטיאָרן. אַ דאַנק זייער מסירת־נפֿשדיקײט איז געלונגען געװאָרן אָפּצוהיטן און אויפֿלעבן אַ קולטורעלן און היסטאָרישן אוצר און דערלעבן די לאַנגיאָריקע און ברייטע טעאַטער־טעטיקײַט.
אין נאָװעמבער 2011 שּׂשּׂי קשת האָט פֿאַרביטן שמואל עצמונען אױפֿן פּאָסטן פֿון דירעקטאָר און קינסטלערישן לײטער פֿונעם טעאַטער ייִדישפּיל. שמואל עצמון איז באַשטימט געװאָרן װי אַ “בכּבֿודיקער פּרעזידענט” פֿונעם געזעלשאַפֿטלעכן קאָמיטעט און ער איז ממשיך זײַן טעטיקײט לטובֿת עער צוקונפֿט פֿון ייִדישפּיל־טעאַטער.
ביז הײַנט האָט ייִדישפּיל אױפֿגעפֿירט מער ווי 80 נײַע פאָרשטעלונגען, װעלכע זענען געװיזן געװאָרן איבערן גאַנצן לאַנד, און זוכה געװען צו אַ וועלט־אַנערקענונג מחמת די רעגולערע באַטייליקונגען פון ייִדישפּיל אין צענדליקער אינטערנאַציאָנאַלע פֿעסטיוואַלן איבער גאָר דער וועלט, ווי למשל: מאָנטרעאַל, לאָנדאָן, אַמסטערדאַם, ווין, לאָס אַנדזשעלעס, וויסבאַדען, קיִעוו, ווילנע, מאָסקווע, בערלין, קראָקע, און פֿיל אַנדערע שטעט.
דער רעפּערטואַר פֿון טעאַטער איז פֿאַרשיידנאַרטיק, אָנהייבנדיק פון שלום־עליכמס קלאַסישע װערק, אַבֿרהם גאָלדפאַדן, שלום אַש און יעקב גאָרדין, איציק מאַנגער, יצחק באַשעוויס-זינגער און ש”י עגנון, ביז אפֿרים קישון, יהושע סאָבאָל, יוסף בר-יוסף, מאָטי אַװערבוך, אַהרון מגד, סאַמי גראָנימאַן און אַ סך אַנדערע. אינעם טעאַטער־באַגאַזש זענען דאָ פֿאָרשטעלונגען פֿונעם וועלטלעכן רעפּערטואַר, צום בײַשפּיל: ניל סײַמאָן, אַלכּסנדר גאַלין, עדמאָנד מאָריס, הערװ גאַרדנער א.א.וו.
פון אָנהויב אָן אין טעאַטער אַרבעטן די בעסטע און באַרימסטע יִידישע קינסטלערס, – יעקבֿ באָדאָ, אַנאַבעלאַ, אורי אילון־קאָװאַלסקי און מאָניקאַ וואַרדימאָן. אין פֿאַרלויף פֿון יאָרן צו זיי זענען צוגעשטאַנען יונגע שוישפּילערס, הי געבוירענע און נײַע רעפּאַטריאַנטן פון געװעזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, פֿון רומעניע און אַרגענטינע. די מערהײט פֿון די יונגע אַקטיאָרן האָבן זיך אױסגעלערנט ייִדיש בּעת זייער אַרבעט אויף דער בינע.
דער ייִדישפּיל־טעאַטער וואַקסט און בליט. ייִדישפּיל טרעט אויף פּאַראַלעל מיט אַ צאָל ספּעקטאַקלען פֿון פֿאַרשײדענע זשאַנערס, שאַפֿט דרײַ־פֿיר נײַע פֿאָרשטעלונגען אַ יאָר, און אױף דעם אופֿן פֿאַרגרעסערט ביסלעכווײַז זײַן פֿובליקום. דערצו נאָך, פֿון יאָר צו יאָר װערט דער קהל אַלץ יונגער און יונגער. אויך די טוריסטן פֿון דער פֿאַרשײדענער עלטער, װעלכע קומען קײן ישּׂראל פֿון אייראָפּע, פֿאַרייניקטע שטאַטן, אויסטראַליע און דרום־אַפֿריקע, באַזוכן די פֿאָרשטעלונגען פֿון אונדזער טעאַטער און ווערן באַגײַסטערט פֿון דער טרעפֿונג מיט מאַמע־לשון. ייִדישפּיל איז אַ טייל פֿון דעם רײַכן “מעניו” פֿונעם פֿילפֿאַרביקן ישּׂראלדיקן טעאַטער, און אין דער זעלבער צײַט “ייִדישפּיל” איז אויך דער איינציקער ייִדיש־טעאַטער אין ישּׂראל.
אין מאַי 2009, אין דער כּנסת איז דורכגעפֿירט געװאָרן אַ “ייִדיש־טאָג”, כּדי אָפּצומערקן דעם 20־טן יובילײ פֿון ייִדישפּיל־טעאַטער, װי אױך דעם 150 געבורטסטאָג פֿון שלום־עליכמען, און עס איז געגרינדעט געוואָרן אַ “לאָבי” פֿאַר דער אַנטוויקלונג פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור אין מדינת־ישּׂראל אין 21־טן יאָרהונדערט.
דער טעאַטער פֿירט דורך פֿאַרשײדענע אַקטיוויטעטן, טיילווײַז ווי אַ בײַטראָג פֿאַר דער קהילה און טיילווײַז ווי אַ המשך אין אָפּהיטן די ייִדישע שפּראַך און קולטור פֿאַר די קומענדיקע דורות.
דער חסד־טעאַטער. די דאָזיקע טעאַטער־גרופּע טרעט אויף מיט בּערך 140 יערלעכע ספּעקטאַקלען אין עלטער־היימען און אין די געריאַטרישע אינסטיטוציעס איבערן גאַנצן לאַנד. יעדע וואָך טרעטן אויף די שוישפּילערס פֿאַר עלטערע לײַט, וועלכע קענען ניט קומען צו די פֿאָרשטעלונגען אין טעאַטער.
יעדעס יאָר טרעט אױף דער טעאַטער מיט ספּעציעלע פּראָגראַמען ערבֿ־יום־השואה און יום־הזכּרון פֿון די קרבנות פֿון דער קאַטאַסטראָפֿע־תּקופֿה, פֿאַר וועלכע ייִדיש איז געווען זייער אײגענע שפּראַך. די דאָזיקע אָוונטן קומען פֿאָר אויף ייִדיש און װערן באַגלייט מיט אַ סימולטאַנער איבערזעצונג אױף העברעיִשער.
ייִדישפּיל טעאַטער, בשותּפֿות מיטן סאָציאַלן און יוגנט־דעפּאַרטאַמענט פֿון דערציִונגס מיניסטעריום און דער נאַציאָנאַלער קולטור־סעקציע, װעלכע האָבן זיך אָנגעשלאָסן צוזאַמען צו דעם פּראָעקט, וועלכער באַמיִעט זיך צו דערנעענטערן די יוגנט, די תּלמידים און זײערע דערציִערס צו דער ייִדישער קולטור, דורך פאָרשטעלונגען אויף ייִדיש מיט אַ סימולטאַנער איבערזעצונג אויף העברעיִש, אָדער אויף העברעיִש, קאָמבינירט מיט ייִדיש.
אין פאַרלויף פון יאָרן ייִדישפּיל איז זוכה געווען צו אַ סך פּרײַזן, צווישן זיי – דער “איציק מאַנגער־פּרײַז” (1997), “קלאָר־פֿאָנד־פּרײַז” (1998), דער “ישּׂראלדיקער טעאַטער־פּרײַז” פֿאַרן בײַטראָג פֿון טעאַטער אין דער פֿאַרשפּרייטונג און אָפּהיטן די ייִדישע קולטור, װעלכע פֿירט צו דער באַרײַכערונג פֿון דעם ישּׂראלדיקן טעאַטראַלן לעבן (1999). דעם “ישּׂראל טעאַטער־פּרײַז” האָט באַקומען די פֿאָרשטעלונג “די גאָלדענע יאַטן”, װי די בעסטע קאָמעדיע פֿון יאָר 2001, דעם פּרײַז פֿאַר דער לעבנסלאַנגער קולטור־טעטיקײט האָט באַקומען דער לײטער פֿונעם טעאַטער שמואל עצמון (2004), צװישן די לאַורעאַטן – דער אַקטיאַר יעקבֿ אַלפּערין (2001) און דער אַקטיאָר יעקב באָדאָ) 2008). אין יאָר 2010 די פֿאָרשטעלונג “ליכטיק װי די שטערן” איז באַשטימט געװאָרן װי די בעסטע אינעם טעאַטער־סעזאָן אין דער קאַטעקאָריע “עסטראַדע”.
די פֿאָרשטעלונגען פֿון ייִדישפּיל ווערן באַגלייט פֿון אַ סימולטאַנער שריפֿטלעכער איבערזעצונג און דורך די אויערן־הילכערס אויף העברעיִש און רוסיש
דער יידישפיל טעאַטער ווערט געשטיצט דורך די פאָלגנדע אינסטיטוציעס: